אויב איר זענט נייגעריק וועגן עפּעס, אָדער אויב איר טרעפט זיך מיט אַ פּראָבלעם, פֿרעגט זיך פּשוט אַרום. Linux Mint איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע Linux־סיסטעמען פֿאַר דעסקטאָפּ־קאָמפּיוטערס, און זי ווערט גענוצט דורך מיליאָנען מענטשן. זי קומט מיט אַ באַניצער־האַנטבוך, אַ וועבזײַטל פֿאַר דער קאָמיוניטי, אַ זאַמלונג לערן־מאַטעריאַלן, אַקטיווע פֿאָרומס און שמועס־צימערן, ווי אויך מיט איינער פֿון די דינאַמישסטע קאָמיוניטיס אויפֿן אינטערנעט.